ס'שמעקט שוין חודש אלול... אט אט ווערט מען נענטער צו די הייליגע לעכטיגע ימים טובים, ר"ה יום הקדוש און סוכות, דארט ווייט אוועק אין ירושלים עיה"ק, זיצט א קליינע נשמה'לע ביים פענסטער און קוקט אויף די רוישיגע גאסן, יעדער לויפט, דער מיט שיך, דער מיט א בעקיטשע, יעדער לויפט קויפן נייע בגדים פאר יו"ט, ס'טוט זיך א מצב, און זי איז נעבעך אזוי אליינס, עלנד, קוקט מיט גרויסע אויגן צו וועל איך אויך האבן עפעס ניי פאר יו"ט?
זיי זענען נעבעך אליינס אויפן וועלט, אן קיין נארמאלע ווארימע משפחה, נישט קיין גלעט פון א טאטע/מאמע, שוין לאנג וואס זיי האבן נישט מיטגעהאלטן א געשמאקן שבת טיש מיט טאטי מאמי, זיי זענען אליינס אויפן וועלט, די איינציגע זאך וואס געבט זיי א שטיקל האפענונג איז 'בית לפליטות'!, בית לפליטות איז דאס פלאץ וועלכע זיי פילן א נחמה, און מיר אלע קענען און דארפן זיי דאס צו שטעלן.
לאמיר זיך אויסשמועסן; יעדער ווייסט מען קען נישט ריפלעיסן א טאטע אדער א מאמע, אבער וואס יא? מיר קענען זיי גרינגער מאכן, קליינע נשמה'לעך אליינס אויפן וועלט, רוב מאל זענען זיי צופליקט פון אינעווייניג רח"ל, צו ס'איז א יתום/יתומה צו ס'איז קינדער פון שטיבער וועלכע זענען חרוב געווארן רח"ל, הצד השוה שבהם זיי זענען פארלוירן אויפן וועלט... און מיר אידעלעך קענען זיי מחזק זיין, מיר קענען און מיר מוזן צוריק ברענגען זייער שמייכל.
'בית לפליטות' איז דא פאר זיי א גאנץ יאר ובפרט פאר די ימים טובים, בחורי חמד, אינגלעך, מיידלעך, איר וועט נישט גלייבן אבער ס'איז א פאקט, בית לפליטות געבט פאר יעדן קינד א קארד צו גיין זיך אויסשטאפירן פאר יו"ט פון קאפ ביז פוס(!), נייע קליידער, ציצית, שיך וכו', אפילו א שטיקל צורינג פאר די מיידלעך, אלעס מיט א הייליגע מטרה צו מקיים זיין דעם 'ושמחת בחגך' בשלימות, ווי געזאגט מיר קענען זיי נישט צוריק ברענגען דעם שטוב וואס זיי דארפן, אבער מיר פראבירן און וועלן פראבירן זיי גרינגער צו מאכן, זיי זאלן קענען וואקסן נארמאל טראץ די שווערע אומשטענדן.
טייערע אידן! יעצט פאר די הייליגע טעג איז אייער געלעגנהייט צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין, און אזוי ארום משמח זיין די צובראכענע הערצער, מיר דארפן אייך נישט זאגן אז דאס איז דאס גרעסטע זכות וואס קען נאר זיין פארן יום הדין, ובזכות דעם זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה און א גוט געבענטשט יאר מיט אלעם גוטן.

